אַ קליין שטעטלדיקער ייִד איז געקומען קיין וואַרשע, האָט ער געהערט ווי מע קלאַפּט מיט אַ באַראַבאַן וואָס קען זיך הערן אין דער גאַנצער שטאָט וואַרשע.
פֿרעגט ער: וואָס איז דאָס?
האָט מען אים דערקלערט אַז ווען עס צעפֿלאַקערט זיך אַ פֿײַער אין שטאָט פּויקט מען מיט אַ באַראַבאַן.
איז ער אַוועק צו קויפֿן אַ באַראַבאַן און ער האָט עס מיטגעבראַכט אין זײַן שטעטל, ער האָט גערופֿן אַן אַסיפֿה די שבֿע־טובֿי־העיר און האָט צו זיי געזאָגט:
דאָס איז אַ סגולה, ווען עס ברענט אין שטאָט, דאַרף מען קלאַפּן און דאָס פֿײַער ווערט פֿאַרלאָשן.
אין דער זעלבער וואָך האָט אויפֿגעריסן אַ שׂריפֿה אין אַ הויז.
האָבן זיך אַלע צוזאַמענגעקליבן אַרום דעם באַראַבאַן און געקלאַפּט, אָבער דאָס פֿײַער האָט זיך צעפֿלאַקערט ווײַטער אוו שטאַרקער. אַ קלוגער מענטש איז צוגעלאָפֿן און זיי אַלע אָנגעשריִען: שוטים, פּרועים, משוגעים, נאַראָנים. דער באַראַבאַן איז נאָר אויפֿצווועקן פֿון שלאָף אַלע זאָלן אויפֿשטיין און גיין פֿאַרלעשן דעם פֿײַער. אָבער נישט ווי איר, משוגעים, נאָר מיטן קלאַפּן וועט איר גאָרנישט אויפֿטאָן, גיסט וואַסער!
נמשל: די וואָס קלאַפּן אויפֿן האַרצן על חטא און מאַכן נישט קיין תּשובֿה פֿירן זיך אַזוי ווי דער שטעטלדיקער ייִד מיטן באַראַבאַן.