Pessah: ? Que signifie pour vous ce rite - פּסח: ?מה העבודה הזאת לכם

Rabbi Hayyim ben Jacob Abulafia
1660 - 1744
רבי חיים אַבולאַפֿיאַ דער צווייטער
-

פּסח: וואָס איז העכער מעשׂה־שמיים צי מעשׂה־אָדם ?

 

פּסח: וואָס איז העכער מעשׂה־שמיים צי מעשׂה־אָדם ?

פֿרעגט מען דערויף ווי אַזוי איז דער לוח געוואָרן איבערגעגעבן צו די ייִדן דאָס הייסט, דער בית־דין באַשטימט די ראשי־חדשים און דאָס עיבור־יאָר און נישט דער אייבערשטער.
דער ענטפֿער איז „בעבֿור זה עשׂה ה' לי”, ווי עס שטייט געשריבן „החדש הזה לכם” ביז איצט איז דער לוח געווען אין מײַנע הענט (דעם אייבערשטנס) און פֿון הײַנט אָן גיב איך אים אַריבער אין אײַערע, ווי עס שטייט אין מסכתּא ראָש־השנה:

„ווען איז ראָש־השנה? איך און איר וועלן זיך פֿרעגן בײַם בית־דין של מטה”.

איז אַרויסגעדרונגען פֿון דעם אַז דער תּכלית פֿון יציאת־מצרים איז דער כּוח צו הערשן איבער דער צײַט.

דער חילוק צווישן עבֿודה־זרה און עבֿודת־שמיים באַשטייט אין דער גאַנצער פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿונעם מענטשן איבער דער וועלט.

דם־פּסח און דם־מילה ?

אַ מענטש וואָס באַשטימט אַליין די צײַט קען זאָגן אַז ער האָט זיך אין גאַנצן באַפֿרײַט און אָפּגעזונדערט פֿון דער עבֿודה־זרה און גלײַכצײַטיק גענומען אויף זיך די צוויי אַנדערע געטלעכע מצוות וואָס זענען דער ערשטער אַרײַנטריט אין עבֿודת־השם:

פּסח און מילה.

דאָס אַלץ מיטן ציל אַרויסצוּוואָרצלען דעם געדאַק אַז מעשׂה־שמיים איז העכער ווי מעשׂה־אָדם.

דעריבער קען דער רשע נישט אויסגעלייזט ווערן פֿון מצרים ווײַל ער האָט זיך נאָך נישט באַפֿרײַט פֿון דעם געדאַנק און ער איז געזעסן „באפֿס דמים” אָן דעם בלוט פֿון די צוויי מצוות, דם־פּסח און דם־מילה.