Hanoucca: La coutume de la toupie - חנוכּה: דער מנהג פֿון דריידל

Laissez vous tenter par une autre causerie!
Bnei-Yissochor - Tsvi Elimelech Shapira de Dynów
1783 - 11 פברואר 1841
בני-ישׂשׂכר - צבֿי-אלימלך שאַפּיראַ פֿון דינעוו
-
La coutume de la toupie - דער מנהג פֿון דריידל

נס גדול היה שם: אַַ גרויסער נס איז דאָרט געשען, דאָס הייסט דער נס פֿון קריגל מיט בוימל אין בית-המקדש.

אַ דריידל האָט אויך אַ געשיכטע

אַ דריידל (מערבֿ-ייִדיש: טרענדל) איז אַ חנוכה-שפּיל.

אין די צײַטן פֿון גלות-יוון איז געווען אַ גזירה אויף לימוד-התּורה.

ווען די יוונים זענען אַרײַן אין בית-מדרש האָבן די קינדער זיך געמאַכט ווי זיי שפּילן אין דריידל צו אויסבאַהאַלטן זיך פֿון לימוד-התּורה.

אַַ דריידל איז אַ קעסטל מיט פֿיר אותיות אין די זײַטן: נ - ג - ה - ש -

- נ - איז נישט (גאָרנישט)
- ג - גוט (אָדער גאַנץ)
- ה - האַלב -
- ש - שלעכט (אָדער שטעל)

דער גאַַנג פֿון דער שפּיל לויט נאַָך אַַ גירסה

יעדער איינער לייגט אַַרײַן געלט אין דער קופּע:

נון מיינט נעם - נעמען די גאַנצע קופּע
גימל מיינט גיב - אַרײַנשטעלן געלט אין קופּע
היי מיינט האַלב - נעמען אַ האַלבע קופּע
שין מיינט שטעלן - יעדער איינער מוז אַרײַנשטעלן געלט אין דער קופּע, אָדער וואַרפֿן דאָס דריידל ביז דרײַ מאָל

דער מנהג צו שפּילן אין דריידל חנוכּה ווערט געברענגט אין חסידישע ספֿרים, רביים האָבן זיך
געשפּילט און עס ווערט דערמאַנט אין ספֿר בני-ישׂשׂכר, און אין ספֿר שׂיחות הר"ן סימן מ'.

די קינדער שפּילן זיך חנוכּה מיט אַ פֿירעקיק הילצערן דריידל.

אויף אים זענען אויסגעקריצט די פֿיר אויתיות ג-ש-נ-ה.

דאָס איז אַ רמז אויף

  • די פֿיר כּוחות וואָס זענען פֿאַראַן אין דעם מענטשן
  1. כּוח הגוף
  2. כּוח השׂכל
  3. כּוח הנפֿש
  4. הכּל
  • די פֿיר מלכויות
  1. בבֿל
  2. מדי
  3. יוון
  4. אדום

מיטן שפּילן זיך אין דריידל איז מען מבֿטל די שלעכטע כּוחות און דער לעצטער ביטול וועט זײַן דורך משיח-צדקינו, גמטריא: גשנ"ה.

  • די פֿיר ריכטונגען
  1. צפֿון
  2. דרום
  3. מזרח
  4. מערבֿ

און דער צענטראַלער אַקס איז ארץ-ישׂראל וואָס פֿאַראייניקט אַלע עקן.

  • די פֿיר אותיות ג-ש-נ-ה זענען ר"תּ
  1. נרות
  2. של
  3. הלל
  4. גומר

אַ סימן אויפן פּסק הלכה, לויט בית-הלל.

  • פֿיר סאָרטן מענטשן
  1. ג-  גאַנץ / צדיק-גמור
  2. ש- שלעכט / רשע שאינו גמור
  3. נ-  נישט / רשע-גמור
  4. ה- העלפֿט / צדיק שאינו גמור

 

די שפּיל פֿון דריידל:  היסטאָרישע דערקלערונג - פֿאָרווערסט

דאַָס שפּילעכל, אַַ דריידל ( אַַ „גורל‟, אַַ „וואַַרפֿל‟, אַַ „טרענדל‟), איז לכתּחילה אָנגעקומען פֿון אירלאַַנד קיין דײַטשלאַַנד.

בײַ די ייִדן זענען די פֿיר אותיות געוואַָרן „ש‟„נ‟„ג‟,, און„ה‟  . די אותיות זענען די כּללים פֿון דער שפּיל, ווער דאַַרף אַַרײַנשטעלן (אַָדער נעמען) וויפֿל מטבעות.

די פֿיר אותיות זענען אַַ רמז אויף די פֿיר גלויות בבֿל, פּערסיע, יוון און רוים.

לויט דער גימטריא האַָבן די אותיות נ, ג, ה, ש די ווערט - משיח.

די פֿיר אותיות זענען די ראַָשי־תּיבֿות „נס גדול היה שם‟ (אַַ גרויסער נס איז געשען דאַָרט).

אַַזאַַ טײַטש איז פֿון 18סטן יאַָרהונדערט, אַזוי איז די שפּיל געוואָרן פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ חנוכּה.

אין העברעיִש איז דאָס וואָרט  סבֿיבֿון ( אליעזר בן־יהודהס זון האַָט עס אַויסגעטראַַכט צו פֿינף יאַָר), מע האַָט אויך געביטן דעם „ש‟ אויף אַַ „פּ‟, כּדי די ראַָשי־תּיבֿות זאַָלן רעפּרעזענטירן „נס גדול היה פּה‟ (אַַ גרויסער נס איז געשען דאַָ).

צוליב דעם בײַט ווייסן ס׳רובֿ מענטשן פּשוט נישט, אַז די אותיות אויפֿן דריידל זענען באמת אַַ מיטל צו געדענקען די כּללים פֿון דער שפּיל.