Pourim: Rabbi Elimelech
פּוריםּ: רבי אלימלך

Rabbi Elimelech
1717 - 11 מרץ 1787
רבי אלימלך
-

תּולדות־אָדם

 

רב אלימלך פֿון ליזשענסק
Rabbi Elimelech de Lijensk

רבי אלימלך (דריטער דור) איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תּע"ז ( 1717 ) אין טיקטין (פולין) און ער איז נפֿטר געוואָרן כּ"א אָדר תּקמ"ז (1787) אין ליזשענסק.
נאָך דעם מעזעריטשער מגידס פּטירה (צװײטער דור) איז דער צענטער פֿון חסידות אַריבער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון רבין רבי אלימלך פֿון ליזשענסק (װײַסבלום).
אונטער דער װירקונג פֿון זײַן ברודער רבי זושע אַניפּאָלער איז ער געװאָרן דעם מגידס אַ תּלמיד אין דעם מגידס לעצטע יאָרן. בײדע ברידער פֿלעגן אַרומפֿאָרן איבער די גאַליצישע שטעט און פֿאַרשפּרײטן תּורת־החסידות.
רבי אלימלך האָט זיך באַזעצט אין ליזשענסק און אין משך פֿון צען יאָר (תּקל"ה-מ"ו) האָט ער אָנגעפֿירט די רביסטװע ביד רמה. עס פֿלעגן קומען צו אים חסידים פֿון גאַנץ גאַליציע צו הערן זײַן תּורה און תּפֿילה און אױך קריגן ברכות און סגולות.

זײַן שיטה

זײַן שיטה אין עבֿודת־השם איז געװען זיך דערװײַטערן פֿון סיגופֿים און תּעניתים. ער פֿלעגט איבערחזרן דעם בעש״טס רײד׃ ״מע קען זיך נישט אײַנשאַפֿן דורך די תּעניתים״.
ליזשענסק איז געװאָרן דער גרעסטער צענטער פֿאַר פּױלישע חסידים. ״אַ קװאַל פֿון לעבעדיק װאַסער״. ער האָט געװירקט מיט זײַן חסידישע תּורה, מיט זײַן תּפֿילה, מיט זײַן הײליקײַט, עצות און סגולות.
רבי אלימלך האָט פֿאַרשטאַרקט די שיטה פֿון פֿאַרבינדן זיך מיטן צדיק.
דער צדיק איז אַ רער װאָס ברענגט אַראָפּ די שפֿע, ״בני חײ רװיחי ומזונײ״ דורך התערותא דלתּתּא. און דאָס איז נאָר מעגלעך נײַערט דער צדיק מוז אַ ביסל אַראָפּנידערן פֿון זײַן מדריגה.

זײַן ספֿר

דער ספֿר נועם אלימלך איז אָפּגעדרוקט געװאָרן צװײ יאָר נאָך דער פּטירה פֿונעם מחבר. געברענגט צום דרוק האָבן עס זײַן זון רבי אלעזר און זײַן תּלמיד זכריה מענדל פּריסטיצער.
דער ספֿר איז אײַנגעטײלט אין פֿיר טײלן׃

  1. ״נועם אלימלך״ דרשות לױטן סדר פֿון די פּרשיות פֿון דער תּורה.
  2. ״ליקוטי שושנה״ קורצע פּירושים אױף נבֿיאים און כּתובֿים און מאַמרים אױף אַגודות פֿון דער גמרא.
  3. ״אגרת הקודש״ פֿינף בריװ געשריבן פֿון מחבר, פֿון זײַן זון און זײַן תּלמיד.
  4. ״צעטל קטן״ און ״התנהגות האָדם״ אַ מין צװאָה פֿונעם מחבר.

דער ספֿר נועם אלימלך איז אָנגענומען װי אַ סגולה פֿאַר קראַנקע און קימפּעטאָרינס.

icone-musique זמר "אַדרבא" - רב אלימלך
Cantique "Aderabe" - Rabbi Elimelech

ער האָט פֿאַרפֿאַסט דעם זמר אַדרבאָ

אַדרבאָ,
תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם
ושנדבר כל אחד את חברו בדרך הישר והרצוי לפניך,
ואל יעלה בליבנו שום שנאה מאחד על חברו חלילה.

ותחזק אותנו באהבה אליך
כאשר גלוי וידוע לפניך שיהא הכל נחת רוח אליך.
אמן כן יהי רצון

 

אַ מאכל מיט "טעם גן־עדן"
Un plat au "goût de Gan Eden"

דער רבי אלימלך פֿון ליזשענסק האָט געזאָגט פֿאַר זײַן פּטירה:
"הלוואי איך זאָל זוכה זײַן צו עסן נאָך אַ מאָל פֿון דעם מאכל וואָס איך האָב געגעסן אין יענער קרעטשמע."

זײַן זון האָט געפֿרעגט דער ייִדענע וועגן דעם מאכל.
האָט זי געענטפֿערט:
"ווען דער צדיק איז בײַ מיר געווען איז נאָר געווען גרויפּן, אַפֿילו זאַלץ איז נישט געווען".

האָט זי געקאָכט גרויפּן אין וואַסער און געוויינט:
"ריבונו־של־עולם, האָסט מיר געשיקט אַ צדיק און איך האָב כּמעט גאָרנישט אים צו דערלאַנגען.
ביטע, ברענג אַרײַן אינעם מאכל טעם גן־עדן, דער צדיק זאָל הנאה האָבן."

דער זון האָט פֿאַרשטאַנען אַז די ייִדענע האָט דערוועקט אין הימל אַז דער מאכל זאָל זײַן געשמאַק.
רבי אלימלך האָט געוואָלט פֿאַרלאָזן די וועלט מיטן טעם־גן־עדן פֿונעם מאכל אין זכות פֿון אירע תּפֿילות.

icone-musique אַ מאכל מיט "טעם גן־עדן"
Un plat au "goût de Gan Eden"