רבי יעקבֿ־יצחק בן הרבֿ אַבֿרהם־אליעזר האָראָָוויץ, דער רבֿ פֿון יוזעפֿעוו, איז געבוירן געוואָָרן אין יאָר תּק"ה 1750 אין שעברעשין און נפֿטר געוואָרן אין יאָר תּקע"ה 1815 אין לובלין.
נאָך דער חתונה געזעסן אויף קעסט אין שטאָט לאַנצוט, און צום סוף אָנגעקומען קיין לובלין. געווען בײַם מגיד, אַכצן יאָר געלערנט בײַם רבין ר' שמעלקע פֿון ניקלשבורג, מקורבֿ געוואָרן צום רבין ר' אלימלך און געירשנט די רעביסטווע נאָך דעם רבינס פּטירה (תּקמ"ז).
באַקאַנט ווי "דער חוזה פֿון לובלין" ווײַל מיט זײַן כּוח הראיה האָט ער געקענט זען דעם שורש הנשמה פֿון יעדן איינעם.
מע האָט אים אָנגערופֿן "דער רבי פֿון אַלע רביים" ווײַל איבער צוויי הונדערט ווײַסע זשופּיצעס (אָנגעזעענע רביים) פֿון פּוילן און גאַליציע זענען צו אים געפֿאָרן און זיך אָנגעשיצט אונטער זײַן שאָטן.
פֿון דעם לובלינער ווינקל האָט זיך ווײַטער פֿאַרשפּרייט דער פּוילישער שניט פֿון חסידות איבער גאַנץ פּוילן און גאַליציע.
רבי אורי - דער סטרעליקער - האָט פֿאַרגלײַכט לובלין צו ארץ־ישׂראל, דאָס הויף צו ירושלים, די שול ווי הר־הבית, זײַן דירה ווי העזרה, אולם און היכל ווי זײַן חדר־מיוחד און קודש־הקדשים ווען די שכינה רעדט דורך אים.
אינעם ספֿר "נפֿלאות הרבי" זענען פֿאַראייביקט געוואָרן עובֿדות, מעשׂה־רבֿ, תּורות, ווערטלעך און זכרונות.
דער חוזה האָט געהאַט אַ סך מתנגדים אין שטאָט לובלין, דער עיקר דער רבֿ פֿון שטאָט, "דער אײַזערנער קאָפּ", רבי עזריאל האָראָוויץ, וואָס האָט סוף ימיו געזאָגט: "אַ שאָד, כ'האָב אים נישט געקענט!". אין יאָר תּקנ"ד 1794 האָט ער געגרינדעט אַ בית־מדרש אין לובלין, אויף דער הויפּט־גאַס שעראָקאַ 28, וואָס האָט געקענט אַרײַננעמען 180 מענטשן. צוזאַמען מיט דעם קאָזשעניצער מגיד איז לובלין געוואָרן דער צענטער פֿון חסידות.
לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם
אין זײַנע יונגע יאָרן האָט דער חוזה שטאַרק אָפּגעהיטן זײַן ראיה און ער פֿלעגט גיין מיט אַרומגעבינדענע אויגן, אין משך פֿון 7 יאָר כּדי נישט אַרויסצוקוקן פֿון זײַנע ד' אמות, דערפֿאַר האָט מען אים גערופֿן "דער חוזה"; ער האָט געזען פֿון איין עק וועלט ביז דער אנדערער.
די מלחמות פֿון גוג־ומגוג - נאַפּאָלעאָן קעגן דעם צאַר
פּוילן קעגן ליטע
אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. שוועבט איבער אייראָפּע אַ גרויסער תּהו־ובוהו. פּוילן איז געשטאַנען אונטער דער פֿראַנצויזישער ממשלה. נאַפּאָלעאָן חלומט צו הערשן איבער דער וועלט און פֿירט אַרײַן די "עמאַנציפּאַציע".
האָט זיך געשטעלט אַ גרונטלעכע פֿראַגע: צי איז עס גוט פֿאַר ייִדן און יִידישקייט?
דער דאָזיקער ענין האָט געשאַפֿן אַ ריזיקע מחלוקת אין דער חסידישער באַוועגונג. פֿון איין זײַט האָט רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער אַלטער רבי, וועלכער האָט געוווינט אין רוסלאַנד, געטענהט אַז אונטערן צאַר אַלעקסאַנדער וועט דאָס ייִדישקייט נישט געשעדיקט ווערן, דאַקעגן אונטער נאַפּאָלעאָנס הערשאַפֿט, וואָס וועט זײַן מיט ייִדישקייט?! פֿון דער צווייטער זײַט האָבן אין פּוילן דרײַ גרויסע צדיקים - מנחם־מענדל פֿון רימענעוו, דער מגיד פֿון קאָזשעניץ און דער חוזה זיך צונויפֿגערעדט, אַז עס איז געקומען די צײַט צו פֿאַרגיכערן די גאולה און אַראָפּצוברענגען משיחן, צוליב דעם מוז מען פֿאַרזיכערן נאַפּאָלעאָנס ניצחון.
סוכּות־צײַט תּקע"ה
סוכּות־צײַט, האָבן, די דרײַ צדיקים האָבן אָפּגערעדט צו שטורעמען מלכות־שמיים מיט גרויס אימפּעט תּקע"ה און פֿאָדערן מע זאָל אַראָפּשיקן דעם מלך־המשיח.
רבי לוי־יצחק פֿון בערדיטשעוו (תּק"ע), האָט געהאַט צוגעזאָגט, אַז ער וועט נישט רוען אויף יענער וועלט, ביז ער וועט נישט מצליח זײַן אַראָפּצוברענגען די גאולה. אין די נאַפּאָלעאָנס מלחמות האָט דער חוזה געזען אַ סימן פֿון רבי לוי־יצחקס מיִונג בשמים. באַשטימט האָט מען אַ פּאַסיקע צײַט פֿאַר דער גאולה - די נאַכט פֿון שׂמחת־תּורה תּקע"ה. נאָך די ימים־נוראים זענען די זינד פֿון כּלל־ישׂראל פֿאַרגעבן געוואָרן.
צו דעם קומט צו אַז דער הייליקער ייִד איז נפֿטר געוואָרן תּקע"ד, וועט ער אויך צוהעלפֿן פֿון הימל. האָט דער חוזה צוגעזאָגט צו זײַנע חסידים: וויסן זאָלט איר אַז אויב דאָס מאָל וועלן מיר האָבן אַ גוטן יום־טובֿ שׂמחת־תּורה, וועט תּשעה־באָבֿ איבערקערט ווערן פֿון טרויער צו שׂמחה.
ווי אַזוי האָט זיך דער בנין צעפֿאַלן איידער זיי האָבן באַוויזן עפּעס אויפֿצוטאָן?
ערב־סוכות איז נפֿטר געוואָרן דער קאָזשעניצער מגיד, אָבער דער חוזה האָט פֿון דעם נישט געוווּסט. נאָכן דורכפֿאַל האָט ער אַליין געזאָגט, אַז אויב ער וואָלט פֿון דעם געוווּסט, וואָלט ער זיך אין גאַנצן נישט אונטערגענומען אַזאַ גרויסן פֿאַרמעסט.
אין דער נאַכט פֿון שׂמחת־תּורה איז דער בעל "מאור ושמש" געווען מיט אַ תּלמיד, אין דער היים אין קראָקע. ווען אַ שטײן האָט צעפּלאַצט דעם שויב פֿונעם פֿענצטער. גלײַך האָט ר' קאָלאָנימוס געזאָגט: "ווער ווייסט וואָס טוט זיך מיטן חוזה" און האָט אויסגעבראָכן אין אַ געוויין.
בײַ ר׳ נפֿתּלי פֿון ראָפּשיץ האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ שׂרפֿה אין זײַן שטוב בעת ער האָט געטאַנצט מיט זײַנע תּלמידים און אַ דינסט איז פֿאַרוווּנדערט געוואָרן.
די נפֿילה
דערװײַל אין לובלין, איז דער חוזה, אַרויפֿגעגעגאַנגען, אויפֿן צװײטן שטאָק, אין זײַן חדר־מיוחד. מיט אַ מאָל האָט זײַן ווײַב ביילע, דערהערט דעם קינדס אַ געוויין און אַרויס פֿון צימער. אין דרױסן האָט זי נישט געזען קײן לעבעדיקע נשמה. איז זי גלײַך צוריק אין צימער אָבער דער חוזה האָט געהאַט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
שפּעטער האָט ער פֿאַרציילט אַז ער איז באַשטראָפֿט געוואָרן ווײַל ער האָט געוואָלט צואײַלן דעם קץ.
די סיטרא־אַחרא האָט אים אַ כאַפּ געטאָן און אַרויסגעוואָרפֿן דורכן פֿענצטער, אָבער דער קאָזשעניצער מגיד איז אים פֿון הימל געקומען צו הילף, אויסגעשפּרייט זײַן מאַנטל, און פֿאַרווייכט דעם קלאַפּ. אַזוי האָט ער זיך דערוווּּסט פֿונעם מגידס פּטירה. די חסידים האָבן אים ארומגעזוכט און נישט געקענט געפֿינען. פּלוצלינג האָט איינער פֿון זיי געהערט אַַ זיפֿץ. געפֿרעגט: "ווער איז דאָ?" האָט ער געזאָגט "יעקבֿ־יצחק בן מייטל".
עס איז געווען האַלבע נאַכט. זײַנע ליפּן האָבן געשעפּטשעט די תּפֿילה "תּיקון־חצות".
אַז די מתנגדים האָבן פֿון דעם געהערט האָבן זיי זיך גענומען פּראַווען אַ שׂמחה און געטרונקען ווײַן. אָבער דער חוזה האָט זיי צוגעזאָגט: "ווען איך וועל פֿאַרלאָזן די וועלט, וועלן די דאָזיקע אַפֿילו נישט טרינקען קיין וואַסער." און אַזוי איז טאַקע געווען. דער הייליקער חוזה איז נפֿטר געוואָָרן תּשעה־באָבֿ תּקע"ה 1815, מנוכ"ק אין ק"ק לובלין.
ווי וואָלט אויסגעזען דער ייִדישער ייִשובֿ אויב נאַפּאָלעאָנען וואָלט געראָטן צו הערשן איבער דער וועלט?
זײַנע תּורות האָבן אונטערגעשטראָכן דעם צדיקס פֿליכט צו באַזאָרגן אָרעמעלײַט בגשמיות וברוחנית. בני חיי ומזוני רוויחי פֿאַר אַלע שיכטן פֿון פֿאָלק צוזאַמען מיטן דראַנג צו משיחן.
אין יאָר תּקע"ב האָט זיך פֿון אים דערווײַטערט זײַן עלטערער תּלמיד, דער "הייליקער ייִד" רבי יעקבֿ־יצחק פֿון פּשיסכע, וועלכער האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט צו דער שיטה, צווישן זיי איז אויסגעבראָכן אַ ביטערע מחלוקת, וואָס האָט ווײַטער צעצווײַגט, פֿאַרברייטערט, אויסגעשפּרייט און צעוואַקסן פּוילישע חסידות איבער גאַנץ פּוילן.
זײַנע ספֿרים