Souccot: La période de notre réjouissance - סוכּות: זמן שׂמחתינו

icone pencilסוכּות איז אַ מיצווה שאין לה קצבה
Souccot: Mitzva illimitée

דער גערער רבי, רב איטשע מאיר בעל חידושי הרי"ם אַז די מיצווה סוכּה איז די גרעסטע מיצווה ווײַל דער קריכט אין איר מיט די שטיוול.

icone pencilזמן־שׂמחתינו
La période de notre réjouissance

פֿאַר וואָס איז פֿון אַלע ימים־טובֿים נאָר בלויז דער יום־טובֿ סוכּות זמן־שׂמחתינו?

ווײַל מע זיצט דעמאָלט אין דער סוכּה אָן די ווײַבער.

icone pencilקרעפּלעך עסט מען ווען מען שלאָגט
Kreplech: On en mange quand on frappe

פֿאַר וואָס עסט מען קרעפּלעך פּורים, ערבֿ־יום־כּיפּור און הושענא־רבא?

ווײַל פּורים קלאַפּט מען המנען, ערבֿ־יום־כּיפּור שלאָגט מען כּפּרות און הושענא־רבא קלאַפּט מען הושענאס.

דערפֿאַר עסט מען אין די דאָזיקע טעג קרעפּלעך וואָס זענען אָנגעפֿילט מיט געהאַקט פֿלייש.

icone pencilזיצן – יאָ, עסן – נישט
S'asseoir - oui, manger - non

פֿאַר וואָס טיילט מען די אָרעמע לײַט געלט אויף פּסח און אויף סוכּות – נישט? 

– ווײַל אין דער תּורה שטייט: „שבֿעת ימים תּאכלו מצות” זיבן טעג זאָלט איר עסן מצות (שמות פּרק יב, פּסוק טו), דערפֿאַר זאָרגט מען אַז אַלע ייִדן זאָלן אויף פּסח האָבן צו עסן מצות.

דאַקעגן וועגן סוכּות שטייט בלויז: „בסוכּות תּשבֿו שבֿעת ימים” אין סוכּות זאָלט איר זיצן זיבן טעג (ויקרא פּרק כּג, פּסוק מב)

– איר זאָלט נאָר זיצן אין דער סוכּה זיבן טעג, אָבער וועגן עסן „מאן דכר שמיה”!

– ווער רעדט דאָרט דערפֿון?