Le 9 Av: Soupe aux lentilles - תּשעה־באָבֿ: לינדזנזופּ

Laissez vous tenter par une autre recette!
8 Personnes
8 מענטשן
Facile
גרינג
40 minutes
40 מינוט

Ustensiles

געשיר

  • זעקס גלעזער וואַסער
  • אַ פּעקל רויטע לינדזן
  • אַ גרויסע ציבל
  • אַ פֿונט מערן
  • אַ קוואָרט זאַלץ

Ingrédients

פּראָדוקטן

  • דער לעפֿל
  • די שיסל
  • דאָס גלאָז
  • דער טאָפּ
  • דאָס לעפֿעלע
  • די מישמאַשין

Préparation

דער גאַנג

  • איבערקוקן, שווענקען די לינדזן און אַרײַנלייגן אין אַ טאָפּ.
  • אַרײַנגיסן אין טאָפּ וואַסער און קאָכן אויף אַ מיטעלער פֿלאַם.
  • אָפּשיילן אַ ציבל, צעשנײַדן אויף קליינע שטיקלעך און אַרײַנלייגן אין טאָפּ.
  • אָפּשיילן די מערן, צעשנײַדן אויף קליינע שטיקלעך און אַרײַנלייגן אין טאָפּ.
  • אָנקאָכן אויף אַ מיטעלער פֿלאַם אַ האַלבע שעה.
  • אַרײַנשיטן אַ קוואָרט זאַלץ.
  • לאָזן אָפּקילן און אויסמאָלן אין דער מישמאַשין.
  • ווען די זופּ איז גרייט קען מען אַרײַנקוועטשן דעם זאַפֿט פֿון אַ האַלבן גרינעם ציטרין.

אַ לײַכטן תּענית!

Tradition

מנהגים

מסכת תּענית ל, א

אמר רב יהודה אמר רב, כך היה מנהגו של רבי יהודה ברבי אילעאי ערב תשעה באב מביאין לו פת חריבה במלח ויושב בין תנור לכיריים ואוכל, ושותה עליה קיתון של מים ודומה כמי שמתו מוטל לפניו.

האָט רבֿ יהודה געזאָגט אין רבֿס נאָמען: אַזוי איז געווען דער מנהג בײַ ר' יהודהן דער זון פֿון ר' עילאי ערבֿ־תּשעה־באָבֿ, פֿלעגט מען אים ברענגען אַ טרוקן רעפֿטל ברויט אײַנגעטונקען אין זאַלץ און ער פֿלעגט זיצן צווישן דעם אויוון און דעם אייוועלע, און פֿלעגט טרינקען פֿון אַ שיסל וואַסער. און ער האָט אויסגעזען ווי איינער אַ געשטאָרבענער ליגט פֿאַר אים.

קיצור שולחן־ערוך, עבֿרי־טײַטש

נאָך מנחה, זעצט זיך יעדער איינער באַזונדער, נישט במזומן, עסן די סעודה מפֿסקת אויף אַ נידעריק בענקעלע אויף דער ערד. מע טאָר נישט עסן קיין צווייערליי געקעכטס נאָר ברויט מיט אַן איי און אַ שטיקל ברויט אײַנטונקען אין אַש. נאָך דער סעודה־המפֿסקת טאָר מען נישט עסן, סײַדן מע האָט אין זינען געהאַט צו עסן כּל־זמן עס איז נאָך טאָג.

שולחן־ערוך, אורח־חיים, תּקנב, ה

מען פֿירט זיך צו עסן לינדזן מיט האַרטע אייער. ווי אַ סימן פֿון אַבֿלות.